Page
ח 131 /\ 1/1 ־וח 1 > 1 ח 6 ־ו= 1 > 61 ו 11 ס 11 כ 1 !נ 13131 ו 3 ׳ 61 /\ 1 חט 1 סחו 1 - 313011 0005-0008 - 31066-0-01 >^ :.־ו|\|-
פובם איבערזעצער♦
ד״ר גידעמאנס קולטור־היסטאריש װערק 656115 ׳>\ 5 §ת 11 ד 2161 ז£ 168 > 6 * 11 :)!ד 1 ס 68 ב>״
**!)ת^ס^תסם מ 1 תס^־זס!) ז 1111 ו 1 > 1 ז 16 > נויטיגט זיך ניט אץ קײן שבחים און
אין קײן רעקאמענדאציעס• ס׳איז גענוג צו זאגן׳ אז דא האבן זיך פאראײגיגט בײדע
מאמענטן׳ װאם זײנען נויטיג פאר אזא ארבעט: ערנסטע דורכגעטראכטע זאך־
קעגטעניש מיט װיםנשאפטליכער מעטאדע• דער אידישער קולטור״היסטאריקער
פון אזא װײטער תקופה (דאם ז\ 1 ^ און יארהונדערט) האט זיך קנאפ געהאט
צו שטיצן אויף מאנאגראפישע פארשטודיעס׳ װאס זאלן אים פארלײכטערן זײן
װעג, פון אריגינעלע גלײכצײטיגע היםטארישע שריפטן און כראניקעס שוין
נישט צו רײדן: אידישע געלערנטע יענע צײט׳ רבנים און לומדים׳ זײנען
געװען פארטון אין ש״ם און פוסקים׳ האבן געשריבן פרושים און חידושים׳
אבער ניט קײן געשיכטע• צופעליג אין א שאלה־ותשובה װעגן אן עגונה׳ װעגן
א גט׳ װערט בײ א געלעגנהײט דערמאנט׳ אז מהר״י איסרלין׳ למשל׳ האט
אזא און אזא יאר געװאוינט דארט און דארט׳ און דאס איז געװען פאר אדער
נאך א געװיםער ״גזרה״ אדער א מעשה שהיה פונם גרעםטן קולטור־היסטארישן
װערט• פון אזוינע זעמדעלאך׳ צעזײט און צעשפרײט איבער צענדליגער שאלות־
ותשובות׳ דרוש־ און מוםר־ספרים׳ מנהגים־ספרים א• ד• ג• איז דעם היםטאריקער
אויסגעקומען א געבײ אויפצושטעלן׳ א בילד פונם גארן לעבן פון אונזערע פרומ־
פארצייטישע װײטע דורות׳ פון זײערתורה און סחורה׳ ארבעט און װײל׳ װאך
און ױם טוב׳ פרײד און לײד׳ אויפגענומען מיט א שארפער אינטואיציע און
מיט א שטרענגען קריטישן קאנטראל• װיכטיג איז דא׳ װאם ער גיט צו זעהן
נישט בלויז דעם שבתדיגן אידן׳ װאס לײדט פאםױו פון גזרות און דינט גאט׳
נאר דעם װאכעדיגן אידן אויך׳ אן ארגאניזירטן ברײטן אידישן שטײגער• אבער
דאס דאזיגע װײט־דורותדיג לעבן װערט געגעבן ניט איזאלירט פאר זיך׳ נאר
אין א ברײטער ראם פונם ארומיגן לעבן׳ און דאס איז דאם װיכטיגסטע אינם
אװטארס מעטאדע: ״כמו שמנהג הנכרים כך מנהגי היהודים ברוב מקומות״ (פונם
מחברס מאטא צום ערשטן באנד פון זײנע װערק׳ גענומען פונם ם׳ חםידים)׳ אדער
פשוט: אזוי װי ם׳קריסטלט זיך׳ אזוי אידלט זיך• װיכטיג און װיםנשאפטליך פאר זיך
האט אבער די דאזיגע מעטאדע נאך מער בארעכטיגונג׳ װאם דא איז דאס באוױזן
5