Page
געװארן• מיט דער גרעסטער זארגעװדיגקײט שפירט דער אװטאר נאך דעם
פאראלעליזם אינם ארומיגן און אינם אידישן לעבן און װייזט די פעדים׳
װאם האבן פארבונדן אידן מיט דער ארומיגער װעלט• די קעגנזיימיגע װירקונ־
גען און התקרבות׳ הגם רעגירער האבן אפגעשלאסן אידן אין די געטאס׳ גע״
פלאגט און געפײגיגט׳ און די קאטוילישע קירך פון איר זײט און רבנים פון זײער
זײט האבן געהיט זײערע הערטן׳ זיי זאלן זיך װאס מער אפזוגדערן און פאדפדעמדן•
דערביי קיין שפור פון אפאלאגיע׳ פון התנצלות און מלמד־זכות־
זײן אויף אידן׳ אויף װאם ״חכמי־ישראל״ זײנען׳ ליידער׳ אפטמאל געכאפט•
בײ אלעם דעם פארמאגט דער מחבר א קיגםטלערישן חוש און א פײנעם
םטיל׳ ער װיל אויף א האר ניט זײן ״לאנגװײליג״׳ און א װיםנשאפטליכע פארשונג
פון װייטע פרומע דורות לײענט זיך לײכט׳ װי א היסטארישע נאװעלע׳ װאם
דאם שאפט פארן װערק א באזונדער רײץ•
אינם פריהער־אנגעמערקטן פאראלעליזם איז דער װיכטיגסטער קניפ־פונקט
די שפראך׳ אידיש אדער ״אידיש־דײטש״׳ לויט דער אלטער טערמינאלאגיע׳
װאס אידן האבן געגומען פון ארומיגע מיטלהויכדײטשע דיאלעקטן און װאס איז
נאך יענע צײטן געװען שטארק נאהענט צום מקור׳ צו דער שפראך פון דער
ארומיגער סביבה• דעם דאזיגן פונקט: דאס דײטש־קענען ביי אידן׳ די װיר־
קונג פון דער דײטשער ליטעראטור אויף דער אידישער׳ באהאנדלט דער אװטאר
מיט א באזונדער איגטערעם און פארשטאנד׳ און אזוי ארום איז זײן װערק
אויך א שטיק אידישע שפראך־שטודיע• דער פארשטארבענער ד״ר
גידעמאן האט געהאט אינטערעס פאר ״אידיש־דײטש״׳ ער האט געשריבן א
ספעציעלע אפהאנדלונג װעגן דער אויםשפראך פון דייטשע קלאנגען ביי רבנים
דאס ז\^ יארהונדערט׳ און אין זײן קולטור־געשיכטע געפיגט איר װעגן ״אידיש־
דייטש״ װיכטיגע נאטיצן׳ באמערקונגען׳ פאראלעלן׳ דערהויפט אבער אין אונזער
איצטיגן 3 ־טן באנד• דארט גיט דער אװטאר אין דער נאטע 1 ^\ (ז• 180 )
א גרינדליכע אפהאנדלונג װעגן די ערשטע כללים פונם אידישן אויסלײגן
דאם יארהונדערט (גענומען פונם ״ס׳ מדות״)׳ װיכטיגע אײגצעלנע
באמערקונגען און טעקסטן (פונם ״ם׳ מדות״)• אבער דא באװייזט דער
אװטאר נעבן גרינדליכער קענטעניש פון דעם אלטן אידיש און פײנעם שפראכ־
געפיל אויך די שװאכסטע זײט: דא האט איר דעם טראדיציאנעלן קוק פון
אײראפייאישע חכמי ישראל אויף אידיש׳ װי אויף א דײטשן דיאלעקט׳ װאס
איז בשעתו געװען ניט מער וױ דײטש׳ װאם איז ״פארקריפלט״ געװארן אין
א ״זשארגאן״ אין די םלאװישע לענדער׳ איצט האט דער ״זשארגאן״ קײן שום
בארעכטיגונג ניט׳ ממילא קײן שום האפענונג ניט׳ און ״אידיש־דײטש״־פארשונג
איז ניט מער װי א צװײג פון גערמאניסטיק• דער אװטאר׳ א װינער ראבינער׳
האט אין דעם פרט געלעבט מיט דעם פאראורטײל פון זײן דור׳ דאס איז נאך מער
צו פארשטײן׳ װען מיר דערמאגען זיך דעם עלענדן צושטאנד פון דער אידישער
שפראך און ליטעראטור יענע צײט (דער ב־באנד איז ארוים דאם יאר 1888 )•
6