Seite
די געהעריגע טעגדענציעזע נאטיצן האב איך געלאזט אין דער א״בער־
זעצונג׳ װי זיי זײנען׳ נישט געענדערט און ניט פאלעמיזירט׳ און נאר אין
אײניגע ערטער האב איך מיר דערלויבט מאכן מײנע באמערקוגגען׳ װאס זאלן
עפענען בײם אומגעגיטן לעזער א קריטישן קוק אויף טענדענציעזער חקירה
אדער פאלשע סברות• די דאזיגע הערות האב איך אונטערגעשריבן מיט מײנע
ראשי תיבות: נ• ש•
א פאר װערטער װעגן דעם׳ פארװאם איך האב אנגעהויבן פון ב• 111 •
װעד ס׳איז באקאנט מיטן װערק׳ װײםט׳ אז יעדער באנד איז א פארענדיגטע
זאך פאר זיך׳ װאס לײענט זיך גלאט אהן דעם פריהערדיגן אדער דערנאכיגן•
איך האב אבער מ־ט א כױן אנגעהויבן פון ב• 111 איבער היסטאריש־פעדאגאגישע
צװעקן: איך האלט׳ אז פארן אידיש־לײענער׳ װאם איז׳ בכלל גענומען׳ ניט
שטארק אינטים מיט אידישער געשיכטע׳ איז גלייכער אנצוהויבן פונם היסטא-
ריש־שפעטערדיגן׳ ד• ה• פונם נאהענטסטן צו אים׳ צו זײן דור• דא אינם
יארהונדערט אין דײטשלאנד װעט דער אידיש־לײענער געפינען באקאנטע זאכן
אינם אידישן לעבנסשטײגער׳ װאס האבן נאך ניט אנגעװארן א סך פון זײער
רעאליטעט ביז איצט׳ דאם װיגעלע פון אידישע זיטן און מנהגים׳ װאם א סך
פון זײ זײנען נאך געװען אײגן און הײמיש בײ אונזערע טאטעם און זײדעס•
דער היםטארישער אינטערעס׳ דערװעקט דורך דעם נאהענטסטן פארשטאנדיגן׳
װעט זיך שוין ממילא קערן צום װײטערן אויך•
איך האב זיך געהאלטן שטרענג בײם טעקסט׳ און דארט׳ װאו איך האב
מיר דערלויבט מקצר צו זײן׳ האב איך דאם אנגעװיזן•