Seite
א ר י י ב פ י רי
די בײדע יארהונדערטער׳ װאס פאר דער רעפארמאציע־צײט׳ זיינען ניט
פון די שענםטע בלעטער אין דער דײטשער געשיכטע׳ כאטש אין 14 ״טן יאר־
הונדערט האבן דייטשן צוגעקלערט פולװער און אין 15 ־טן די קונםט פון
בוכדרוק• דאם שפריכװארט גיט אפ גרוים כבוד דעם פולװער: ווען מ׳זאגט
אויף אײגעם׳ ער האט קײן פולװעד ניט צוגעקלערט׳ װיל מען דערמיט האבן׳
אז אין א געװיסער מאם איז דאס דאס גרעםטע׳ װאם מענשן האפן ווען עס
איו צוגעקלערט• פון בוכדדוק מאכט דאם שפריכװארט ניט אזא װעזן׳ דאס
איז אן אנװײז פאר דעם גײסט פון יענער צײט און פאר דעם מענשנס גײסט בכלל•
נאך מערקװירדיגער איז׳ װאם שיםפולװער איז א םך גיכער פארװענדט געװארן
צו פארטיליגן מעגשן׳ אײדער בוכדרוק-אױפצוקלערן מענשן• אגב זײנען די
ערשטע צענער יארן פון יענער תקופה אומגעקומען א שלל מענשן׳ און דוקא
אהן דער הילף פון פולװער• דער טויט אלײן בכבודו ובעצמו האט דאס שוין
באזארגט• דאס ״גרויםע שטארבן״ (דער ״שװארצער טויט״) האט אויסגע־
קויקלט דײטשע שטעט און אין גארן לאנד האט זיך געלאזט הערן דאס װײ־
קלאגן• און ניט א װײקלאגן אלײן האט זיך געהערט׳ דאם איז דאך גאטירליך׳
נאר אן א נ ק ל א ג אויך• דאס לעצטע װאלט געװען גאר ניט צו פארשטײן׳
װען מיר זאלן ניט װיסן פון דער פראקטיק׳ אז גיכער מאכט אן אומגליק דעם
מענשן ערגער׳ אײדער בעםער• די מגפה אין די יארן 1349-1348 האט אומ־
געבראכט ניט בלויז אסך מעגשן׳ נאר די מעגשליכקײט אויך• מ׳האט אוים־
געטראכט אויף אירן א בלבול׳ אז זײ פאר׳סמ׳ן די ברונעמער׳ אין א סך ערטער
האט עס געבראכט צו שחיטות און גרושים אויף אידן׳ און פון דאמאלם אן
איז דאס געװארן א מאדע• אזוי איז אין דער גרויסער מגפה די מענשליכ־
קײט באגראבן געװארן צוזאמען מיט מענשן׳ רעליגיע און מאראל האבן
דערביי אויך ניט געװאונען• די קירך זוכט ליכטיג צו מאכן מענשן מיט שײ־
טערהויפנס פאר אפיקורסים׳ דער אדל און די גײםטליכע טרײבן דעם גע־
מײנעם געלטװאכער׳ רויבער און בעטלער לאקערן אויף די װעגן׳ דאס סא־
מיליעלעבן איז אונטערגעריסן ביז אין די גרונטן׳ א פארװילדערונג פון מדות׳
א פארדארבעגער לעבנםשטייגער׳ ײאס ביז דאמאלס האט אזוי װייט קיינמאל
9