Seite
ניט דערלאגגט און נאכדעפ איז דאם קײנמאל ניט איבערשטײגט
געװארן• די פארדארבנקײט קומט זעלטן אלײן׳ אזוי װי ס׳קומט
זעלטן אליין אן אומגליק: די אומגעדעכטיגקײט פון די דײטשן
אקעגן זײערע אידישע מיטבירגער איז נאר אײן סמן פון א סך׳ אבער ניט
דער אײנציגער םימן׳ פון דער מאראלישער פארדארבנקײט צו יענער צײט•
צװישן די פיל ביטערע יארן׳ װאם די געשיכטע פון אידן אין דײטש-
לאנד װײסט פון זיי צו זאגן׳ זײנען צװיי יארן גאר טדויעריג׳ אין לוח
זײנען זיי פארשריבן מיט רויטס׳ ד• ה• מיט בלוט: דאם איז דאם יאר פון
דעם ערשטן קרייצצוג 1096 און דאס יאר 1349 ׳ דאם יאר פון דעם שװארצן
טויט• ניט בלויז װער ם׳שרײבט אידישע געשיכטע׳ נאר װער ס׳שרייבט
אפילו דײטשע געשיכטע׳ דארף זיך געבן די מיה קלאר צו מאכן די םבות׳
פארװאס איז עס אין די דערמאנטע פארשײדענע צײטן געקומען צו די שרעק״
ליכסטע רדיפות אויף אידן• קײנער װעט גיט מוחל זײן די בלוטבאד׳ װאם
די קרייצפארער האבן געמאכט ענדע 11 ־טן יארהונדערט אין אידישע קהלות
אין רהײן־געגנט• אבער מ׳קאן דאם פארשטײן• דאם איז געװען א צײט פון
דער העכםמער רעליגיעזער אנגעצויגנקײט׳ אפשר גאר איבערגעצויגנקײט
און דער פאנאטיזם איז בלינד• דאס פאלק האט זיך נאך געהאלטן פעסט בײ
דער קידך׳ און האט מען געװאלט אנרײצן דעם המון אויף אידן׳ האט מען פאד״
שפארט אויםקלערן בלבולים׳ אז אידן שענדן די האסטיען (דאס הײליגע ברויט)
אדער פארנוצן קריסטליכע קינדערס בלוט• ם׳איז גענוג געװען צו דערמאנען
דעם עולם׳ אז אידן זאלן האבן אומגעבראכט יעזוםן אויפן קרײץ׳ און דער
המון האט שוין פארשטאנען זיך אפצורעכענען מיט יענעם אור״אור־אײניקלאך•
דאם פאלק איז בארוישט געװען מיט פרומער העלדישקײט׳ די דײטשע העלדנ־
לעגענדעם אװ די ריטערישע ראמאנטיק האט צוגעגעבן פײער׳ און אונטער דעם
צייכן פון דעם קרייץ זײנען דײטשן באפאלן דײטשן׳ װאס הוגדערטער יארן
לאננ האבן זײ פרידליך געלעבט מיטאנאנדער און ערשט איצט האבן זיי זיך
געכאפט׳ אז דאם זײנען גאר צװיי באזונדערע מחנות: קריסטן און אידן•
דאם איז געװען דעמאלט׳ ענדע 11 ־טן יארהונדערט• אבער צו דער צײט׳
װאס מיר רײדן פון איר איצט׳ מיטן דעם 14 ־טן יארהונדערט׳ איז שוין דאם
רעליגיעזע גלויבן געװען געבראכן• די התלהבות פון די קרײצפארער איז אויס־
געװעבט געװארן• ם׳האט ניט געהאלפן אפילו די פײערדיגע דרשות פון
יאהאנעס קאפיסטראנא׳ װאס דער פויפסט ניקאלאי דער יע־טער האט אים גע־
שיקט פון שטאט צו שטאט אויפצומוגטערן די דײטשן פאר א קרייצצוג קעגן
די טערקן• די דייטשן האבן געהאט אנדערע זארגן• פאלש געלט׳ געפעלשטע
לעבנסמיטל׳ געפעלשטע קליידער־שטאפן אין געפעלשטע גלויבנם־תורות׳ - דאם
אלץ האט געבראכט דערצו׳ דײטשן זאלן זיך אויסגיכטערןן גרעניץ־צאלן׳
שטײערן און אפצאלן האבן גענויט צו קלערן װעגן הײנטיגן טאג׳ װעגן לעבנס־
זאכן• מ׳נעמט זיך ניט אזוי גרינג פאר דער ״שװערד פאר גאט״׳ װען ם׳איז
10