Seite
ניםא װאס צו קײען• די ריטערליכע ראמאנטיק האט אנגעװארן איר כישוף׳ און
ניט לאנג דערויף איז געקומען סערװאנטעס און האט געמאכט מיט זײן דאן־
קיכאט יענע העלדן צו שפאט און געלעכטער• ם׳איז אויםגעװאקםן די םאטירע׳
און װאו די שפארט זיך נאר ארײן אין דער מיט׳ קאן שוין קײן פאנאטיזפ
קײן תקומה גיט האבן• סעבאסטיאן בראנט׳ טאמאם מורנער און גײלער פאן
קײזערםפערג דאכן געמאכט צו נאר זײער גאר פאטערלאנד׳ און די גלעקלאך
פון די נארנמיצלאך האבן פארקלינגען דאם מורמלערײ פון פרומע מיסטיקער און
פארחלומטע פרויען• אין אזא מין צײט װאקםט ניט אויס קײן שנאה צו אידן•
אויב מ׳קאן נאך פארשטײן׳ פון װאנען נעמען זיך די רדיםות אויף אידן אין
11 *טן יארהונדערט׳ איז דאם שוין גאר ניט צו פארשטײן אין 14 ־טן׳ אין
15 ־טן יארהונדערט׳ ם׳קלינגט װי אנאכראניזם׳ אן אפגעלעבטע זאך•
ס׳װאלט אבער געװען אומגערעכט ארײפװארפן אויפן פ א ל ק די שולד
פאר די דאזיגע רדיפות׳ דאס פאלק האט געװאלט בשלום לעבן מיט אידן: אײן
שפראך׳ אײן פאטערלאנד׳ דיזעלבע לעבנםגעװײנהייטן האבן זײ געהאט• די
קירך און די מלוכה מיהען זיך פון דאם נײ אויפצושטעלן אװאנט צװישן קריסטן
און אידן• די דאזיגע באמיהונגען זײנען אבער נאר א באװײז׳ װי פרײנטליך
ס׳איז געװען דער פארקער צװישן זײ׳ און זײ זײנען ניט ביכולת צו שטערן
דעם דאזיגן פארקער• װאס האט דער קריסטליכער בירגער געקאנט האבן צום
אידן• דער איד קאנקורירט ניט מיט דעם בעל־מלאכה׳ ניט מיט דעם סוחר׳ ניט
מיט דעם באאמטן׳ דערצו איז ער נאך תמיד גרײט אויסלײהען געלט און ריזי־
קירט דערבײ זיך ניט צוריקזעהן מיטן קדן• דער קריםטליכער בירגער צאלט גערן דאם
גרויסע פראצענט׳ װארום די הויכגעשטעלטע װאכערניקעס׳ דער אדל און
די גײסטליכע׳ װאלטן געריסן בײ אים נאך מער• אבער דאס איז שוין די
טבע פון דעם דײטשן פאלק: עם גיט זיך לײכט אונטער יעדער אנרעגונג
פון דרויסן• אין דעם פרט זײנען די דײטשן ענליך צו אידן׳ װאס אײנער
פון די חכמי־התלמוד האט אויף זײ געזאגט: ״איך פארשטײ נישט דעם
מהות פון דעם דאזיגן פאלק׳ מאנט מען בײ זײ פאר דעם משכן - געבן זײ
מאנט מען בײ זײ פאר דעם עגל - געבן זײ אויך• ״ די דאזיגע אײגנשאפט
מאכט אונז קלאר׳ װי אזױ איז דאם געקומען דערצו׳ אז דײטשן אהן אידגהאס
יענע צײט׳ זײנען געװארן א שפילצײג פון אידנהאס• דער האם האט גיט
געגליהט אין די אונטערשטע שיכטן׳ דאס איז געװען א אינטעליגענטישער אויפטו׳
װי מיר וואלטן היינט געזאגט* זי׳ די אינטעליגענץ האט דעם האס געפלאנצט
און געשפײזט• פון די דאזיגע אינטעליגענטישע קרײזן האט זיך דאמאלס
צום ערשטן מאל געלאזט הערן דער אויסרוף: ״אידן זײגען אן אומגליק
פאר אונז•״ ריכטיגער וואלט געװען׳ זײ זאלן זאגן: ״אידן זײנען א גליק
פאר אונז•״ װאלטן קײן אידן ניט געװען׳ װאלט מען זיי באדארפט אויס״
טראכטן׳ אזוי וױ װאלטער האט אמאל געזאגט װעגן גאט• װארום װאלטן
קײן אידן ניט געװען׳ װאלט די רעפארמאציע און דער פויערים־קריג געקומען
11