Seite
פריהער הונדערט יאר• דערװײל אבער זײנען אידן געװען דער ״עעיר לעזאזל,
אויף זײ האט מען געקאנט אפװענדן דעם פאלקסאומצופרידן• מ׳האט אױם־
געטראכט אױף אידן א בבא־מעשה׳ אז זײ פארםמען ברונעמער׳ אבער דאס
געלט׳ װאם מען האט צוגענומען בײ די פארטריבענע אידן׳ איז אנגעקומען
ניט דעם פאלק׳ דאס איז שוין געװען א פשר פארדינסט פאר די׳ װאס האבן
פארשטאנען אויסצוטראכטן די בבא־מעשה• דער װיכטיגסטער חלוק פון די
גזרות אויף אידן פריהערדיגע צײטן ביז איצטיגע גזרות (אין 14 ־טן יאר־
הונדערט) איז אזוי: יענע װײטע צײטן האבן זיך געפונען אזױנע מענער װי
בערנהארד פון קלערװא און בערטאלד פון רעגענסבורג׳ װאס האבן זיך אנגענומען
םאר אידן און באשיצט זײ• איצט אבער האבן הומאניסטן װימפעלינג אוי
לאכער אנגעקװאלן׳ װען מ׳האט פארטריבן אידן פון שטראםבורג•
װען איך זאג דא׳ אז ס׳איז פאראן א שיכות צװישן רדיפות אויף אידן
יענע צײט און די סבות׳ װאם האבן געבראכט די רעפארמאציע׳ קאן דאם
אפשר אויסװײזן א צו װײטע םברא• אבער מ׳דערצײלט דאך׳ אז א זידיגער קאכטאפ
זאל האבן ארויפגעבראכט דשעמס אואט׳ן אויף א המצאה׳ װי צו פארװענדן
די דאמפקראפט׳ און אן עפל׳ אראפגעפאלן פון אבוים׳ זאל האבן געעפנט
ונױטאנען די אויגן אויף דעם צוציהונג־געזעץ• אויב פאלשקײט און נארערײ׳
ואם האבן זיך אײנגעגעםן אין גלויבן און אין לעבן׳ אויב פארשװעכטע הײליג־
קײטן׳ רעליגיעזע צביעות׳ װאס מיט דעם האט מען געגארט זיך און אנדערע׳
אויב דאם אלץ זאלן זיין די סבות׳ װאם האבן ארויסגעבראכט לוטהערן׳ איז
אקעגןדעם׳וױ מ׳האט באהאנדלט אידן יענעצײט׳ אנטפלעקט זיך דאם אלץ אםך
פריהער׳ אײדער דער גערימטער רעפארמאטאר האט גענומען װעקן דאם
געװיסן בײ דייטשן• שאף דערשפירן א געוױטער א םך פריהער׳ אײדער
ס׳בליצט און ס׳דונערט• צוגעזעהן׳ װאם האט געטראפן אידן יענע צייט׳ וואלט אזא
אײנער׳ װאס פארשטייט זיך אויף דאם געשיכטליכע װעטער׳ געקאנט פאראויס־
זאגן די שפאלטונג אין דער קירך• ס׳איז גענוג זיך צוקוקן׳ װי אזוי שװינדלעריש
געשיקט מ׳האט אויף אידן געװארפן די קלאץ פאר אלע אומגליקן יענע צײט׳ װי
אלע האבן זיך געפלײםט צו באהאלטן דעם אמת׳ איבערשרײען און פארטויבן
די שטים פון געװיסן מיט געשרײען׳ אז מ׳דארף אידן אפנעמען זײער רעכט אדער
גאר פארטרייבן! יענע צײט איז פול געװען װײגעשרײען אויף דעם יקרות׳
װאם סוחרים־ספעקולאנטן האבן אים אנגעמאכט• האט מען אין װארמם געפונען
אמיטל: אידן איז פארװערט צו קויפן מילך פאר זײערע זויגקינדער ביז אלע
קריסטן האבז ז־ך שוין פארזארגט מיט מילךנ פדי דאס דײטשע פאלק זאל
האבן גענוג יש מעגן אידן אין די שטעט קומען אויפן פיש־מארק ערשט שפעט־
ליך פרײטאג נאך די קריםטן• די גרױסע הערן׳ די װעלטליכע און די גײםטליכע׳
קויפן אוים די תבואה און באהאלטן זי אין די שפײכלערס׳ אבער דאם פארקוקט
מען• פויערים און בירגער קרעכצן אונטער דער לאםט פון װאכער׳ איז מען זײ
מפקיר אידן• און די זעלבע צײט טרײבט מען אידן צו דעם װאכער־געשעפט׳
12