Page
ח! 13 /\ 1/1 ־ 1111 > 1 ח 3 ־ו=] > 61 ו! 1 ס 11 נ 1 !נ 3113131 ׳ 61 /\ 1 חט !סחוס - 313011 0009-0016 - 31066-0-01 >^ :.־ו 1 \|- 1 ס 1 ! 8
־■<
1
1
1 •
ו
זאלן זײ אנזאמלען געלט׳ ם׳זאל זײן װאס צו רײסן בײ זײ• דאס בעסטע גע־
שעיפט מאכן דערבײ די גרויסע הערן און חוץ דעם דערלאנגט מען נאך צװײ
צװעקן: מ׳פארדארבט דעם אידן מאראליש און מ׳פארהאםט אים בײם פאלק אין
די אויגן׳ מ׳האט זיך געביטן מיט די ראליען׳ קײנמאל איז נאך ניט געװען קײן
ערגערע ״פאריסײער״ (פרושים)׳ אײדער די קריםטליכע פאלקספארזארגער צו
יענער צײט׳ די ״קריסטענױדען״׳ װי זײ הײסן בײ סעבאםטיאן בראנט׳ זײ האבן
פארדעקט זײער אײגענע פארדארבנקײט דערמיט׳ װאם זײ האבן געטײט מיט די
פינגער אויף אידן׳ ס׳איז גאר הײן חדוש ניט׳ װאס לוטהער האט די ערשטע צײט
אויפגעהױבן א פראטעםט־שטים קעגן דעם שענדליכן באהאנדלען אידן׳ ער האט גע־
מוזט אײנזעהן׳ אז דאס שטאמט פון דערזעלבער פאלשקײט און שװינדל׳ װאם ער
האט דאס גענומען באקעמפן•
די ליטעראטור פון יענער צייט האט זיך אויך ניט מיט װאס איבערצונע־
מען• די קלאסישע תקופה איז שוין לאנג פארביי׳ שפראך און אויםלײגן װערן
אלץ מער פארװילדעט׳ דערציהונג און לערנען זײנען פארװארלאזט• אין איטאליע
האלט מען די דײטשן פאר ״בארבארן״׳ דער פויפסט ענאם סילװױם שרײבט װעגן
דייטשן: ״זײ טראכטן ניט׳ ניט פון װיםנשאפטן׳ ניט פון קענען די קלאםישע
ליטעראטור׳ זײ האבן אפילו ניט געהערט פון ציצערא אדער אנדערע רײדגער״• אין
םעבאםטיאן בראנטס צײטן אױ אין שטראסבורג ניט געװען קײן עפנטליכע
שול׳ ער אלײן האט געמוזט לערנען בײ פרױואטע לערער• שרײבן און לײענען
האבן געקענט כמעט נאר גײסטליכע׳ לאטיינישע אדער דײטשע שריפט הייםט
דעריבער בײ אידן - ״גלחװז־כתב״• צו לוטהערם צײטן פלעגט מען נאך זאגן:
״צו־װאם דארפן מיר דען שולן׳ מיר וױלן דאך ניט װעדן קײן גײםטליכע נ״
לוטהער גופא באשטעטיגט דאם• מעלאנכטאן שרײבט דאס יאר 1528 : ״מ׳לויפט
אין דער שול׳ װײל מ׳טוט נאך אנדערע׳ און מײסטנם לערנט מען׳ מ׳זאל װערן
אגײםטליכער און זיך שפייזן פון אפהאלטן מעםעם״ (תפלות)• און װי האט עס
געהאלטן מיט דעם שטודױם פון גײסטליכע ? װעגן דעם דערצײלט אונז גײלער
פץ קײזערספערג: ״א סך זאגן׳ װאם דארף איך א םך לײענען און שטודירן׳
איך װיל באלד װערן אפרעדיגער׳ איך װיל זיך באלד אויסלערנען פרעדיגן״•
דער הומאניזם האט ביםליכװײז פארבעסערט דעם דאזיגן צושטאנד׳ פונדעסט־
װעגן איז נאך דאם יאר 1584 אין א אינםטרוקציע פאר הויפמײםטער און דער־
ציהער פון די ױנגע העדצאגן מאקםימיליאן און פיליפ פון בײערן׳ הערן
מיר אזוינע רייד װעגן די אלטע קלאסיקער: ״ס׳איז דעריבער א פרייד פאר
אונז׳ װאם אין דער שול פאר אונזערע קינדער זעהט מען און מ׳נוצט
ניט אלײן קריסטליכע גוטע ביכער׳ נאר אגדערע מחברים אויך׳ װאס האבן
דאס פארדינט ביי אונזער הײליגער רעליגיע• דיפלאפלער די געצג־
דינער און פאבל־טרייבער זאלן פון א פירשטליכער שול • • •
פארטריבן װערן״•
אין אזא צײט איז אידן ניט שװער געװען׳ גײסטיג ניט בלײבן
13