Page
ח! 13 /\ 1/1 ׳ 1111 > 1 ח 3 ־ו=] >| 0 ר 11 ס 11 נ 1 !נ 5113151 ־ 61 /ץ!חט 1 סחט - 513011 31066-0-01-0010-001 8 )^ :.־ן|\|
מלוכה׳ זײער באדײט איז א םך גרעסער םאר זײער צאל• פון אידן רעדט זיך
אין דײטשע שוישפילן׳ אין דײטשע מעשױת און שפאםן׳ ס׳איז פמעט ניט פאראד
קײן װערק אין דער דײטשער נאציאנאלליטעראטור׳ װאם אידן זאלן דארטן
ניט דערמאנט װערן•
דאס אידישע גײסטיגע לעבן צו יענער צייט האט געהאט דעם אײנציגן
צענטר אין דרום־דײטשלאנד• מערקװירדיג׳ װי אין דעם פרט פון א גײסטיגן
צענטר׳ זעהען מיר צו דאם אײגענע בײ דײטשן און ביי אידן אין דער גע־
שיכטע פון זײער גײסטיגער אנטװיקלונג• דערפון נעמט זיך אויך׳ װאס די
אידיש־דײטשע ליטעראטור־שפראך האט די פארב און אײגנטימליכקײטן פון
דער שפדאך אין אויבעדדײטשלאנד• אין דעם געגנט פון אויבעררהײן
בליהען צו יענער צײט א םך שולן׳ נאך א גרעסערע באדײטונג און השפעה
האבן די שולן אין עסטרײך• אין בײערן זעהען מיר צו יענער צײט א פרוי
העצלערין זאמלט דײטשע לידער׳ און ניט װײט פון איר װאוינארט זעהען
מיר א אידישע דיכטערין אדער זאמלערין ליטע פון רעגענסבורג• •)
אין װין׳ קרעמז׳ נײשטאט זעהען מיר גערימטע רבנים׳ װאס צו זײ האט
געצויגן א סך תלמידים ז דורך שטײערמארק און קערנטן ציהט זיך ביז קײן
איטאליע אלאנגע קײט קהלות מיט די גרעסטע רבנים• די דאזיגע אידישע
קהלות אין דרום־עסטרײך זײנען אין דערזעלבער צײט א פארפאםט פון דעם
דײטשטום• צװישן אהן א שיעור נארישהייטן׳ װאס דײטשע פירשטן זײנען
באגאנגען אין מיטלאלטער קעגן אידן׳ איז אפשר די גרעסטע נארישקײט׳
װאם זײ האבן פארטריבן אידן פון שטײערמארק און קערנטן• איבער דעם
האט די דײטשע שפראך־גרעניץ אין דרום־זײט פאדלארן א גרויסע צאל איבער־
געגעבענע װעכטער•
דער געשיכטעפארשער װעט זײן גערירט׳ צוזעהנדיג׳ װי אידן׳ פאר־
טריבן אדער אויםגעװאנדערט פון דײטשלאנד׳ זײנען אומעטום געטרײ גע־
בליבן זייער מוטערשפראך• אין די קהלות אין אויבעראיטאליע האלט זיך
די דייכשע שפראך א לאנגע צײט אויף אײן װאג מיט דער איטאליענישער׳
אין פוילן האט די דייטשע שפראך געװינען נײע פאזיציעם און פארפעסטיגט
זיך• ״אונזער״ שפראך האט בײ פוילישע אידן שטענדיג געהײסן די דײטשע
שפראך• אבער די דאזיגע ציטעריגקײט פאר דער דײטשער שפראך בײ
פוילישע אידן האט דײטשע אידן שאדן געבראכט• װארום פוילישע אידן
האבן זיך געהאלטן בײ דער דײטשער שפראך׳ װי זי האט אויסגעזעהן דאס
•) דער מחבר חזר׳ט דא איבער׳ װאס צו יענער צײט(אין יאר 1888 ) איז געװען אננענומען װעגן א אידישער
פרוי לינוע פון רעגענסבורג׳ וואם זאל האבן געשאםן אדער לבל הםחוח קאםירט דאם בארימטע םאעטישע
װערק ,שמואל-בוך־ ;די ערשטע אויםגאבע אין אויגסבורג 1544 :• די מעשה האט שוין איצט אגאנצע
ליטעראטור• ד*ר ג• קארםעלעס װיל האבן׳ אז דאס איז ניט ליטע׳ נאר לױוא״ (איװז״!)• זײן ארטיקל
איז געדרוקט געווען אין יאר 1903 אין 6 ;נ 8 | 8 זז 1 זו> 66 ח 6 ז 8 ׳} 1 בנ 161 א חזזזצ ; 1 '>נזננס 6818 '£
(■ 1903 . 1 ג/נו.<■!) 8 ז 6 ם! 1 ז 86 איך האב געפרובט באװײזן׳ אז דאם איז ניט ליטעאון ניט לױוא׳ גיכער
פאר אלץ איז דאס א מ ע נ ע ר נ א מ ע ן לעװע אדער לײב׳ װי מיר שרײבן הײנט• זעה װעגן דעם מײן
ארט־קלז ״דער פנקס״ אין דער ״ױדישער װעלט״׳ װילנע 1914 מארט״נומיר׳ ז• 409 — 410 • נ• ש•
15