Page
14 ־טע יארהונדערט• גאך גזרת ת״ח ( 1648 ) זײנען פוילישע אידן מאסגװײז גע־
לאפן פון די קאזאקן״רציחות קײן דײטשלאנד און האבן מיטגעבראכט מיט זיך
זײער לשון׳ װאס דײטשן האבן שוין נישט געקאנט פארשטײן• זײ
האבן זײער לשון טײעד געהאלטן׳ װי א ירושה פון עלטערן׳ און זײ האבן
געהאט די השפעה אויף דײטשע אידן׳ יענע זאלן אויך איבערנעמען זײער
לשון *)• דאם אידנדײטש (װײט אפגעשײדט פון אידיש־דײטש׳ װאס דאם איז
געװען אײגנטליך די מיטלאלטערישע דײטשע שפראך׳ נאד מיט אידישע
אותױת) איז געװארן אװאנט צװישן אידן און דײטשן• די װאנט האט פאר־
שטעלט פאר זיי די װעלט׳ די װיסנשאפט׳ און דײטשע אידן זײנען אײנגעשלאפן
אויף צװײ הונדערט יאר• פון דעם דאזיגן שלאף האט זײ ערשט מעגדעלסאן
אויפגעװעקט• גאר אנדערש זעהט אויס דאם דײטשע אידנטום יעגע צײט׳ װאם
מיר באהאנדלען איצט: דײטשע אידן זײנען דאמאלם געװען לעבעדיג און װאך
קײנעם איז גאר ניט אײנגעפאלן׳ אז ער דארף אדער קאן רײדן אנדערש׳ אײדער
זײנע קריסטליכע מיטבירגער׳ קריםטן האבן דעריבער ניט געהאט װאם צו לאבן
פון אידן װעגן זײער שפראך• אין בילדונג איו קײן גרויםער אונטערשײד ניט
געװען׳ אויב יא - איז אידן ארויסגעקומען• בײ אידן ועהען מיר ניט קײן נטיה
זיך אפצושיידן און פארשליסן זיך פאר קריםטןן נאר די מלוכה און די קירך
קריכן פון דער הויט ארויס (אפטמאל אומזיסט די מיה)׳ אפצעשיידן אידן פון
זײערע קריסטליכע מיטבירגער מיט אװאנט שנאה און פאראכטונג•
דאם איז בדרך כלל דאס בילד פון אידישער בילדונג און קולטור דאם 14 ״טע
און הג״טע יארהונדערט• װײטער װעלן מיר פדובן גענויער דאס צו באטראכטן
אויף דעם גרונד פון אלגעמײנער דײטשער קולטורגעשיכטע•
1 ) דער ניחבר ברײנגט דא א פארעלטערטע השערה װעגן דער אננזװיקדיבג פון אידיש׳ װאם איז
זעהר אנגענומען געװען בײ חכמי־ישראל דײטשע פאטריאטן• ניט דא איז דאס ארט צו פאלעמיזירן מיט
דעם מחבר׳ זעה װעגן דעם מײן ארטיקל אין ״פנקס״: ״ד״ר מ• פינעס• די געשיכטע פון דער ױדישער
ליטעראטור״׳ ז• 321-317 נ• ש•
16