Page
ק א פ י ט ל 1 •
די פועל־ױצא׳ם פון דעם שווארצן טויט אין לעבן און אין
אידישקייט• די ״מנהגים־קריינק״• שאלות״ותשובות• מהר״יל׳
מהר״י (יעקוב) ווייל׳ מהר״י (ישראל) ברונא׳ מהר״ם (משה)
מינץ׳ מהר״י (ישראל) איםרלין• דער גרינדער פון דעם ווינער
לערנען מהר״ם (משה) הלוי און זײן תלמיד ר׳ שלום פון ניי־
שטאט• די דריי ישיבות אין ווין׳ קרעמז און ניישטאט•
װער ס׳װיל שרײבן די געשיבטע פון אידן דאם 14 ־טע יארהוגדערט׳ מוז
מאלן א בית־עולם• דער ״שװארצער טויט״ (די ״טשומא״)׳ דער מלאך־המות פון
יענעם יארהונדערט׳ איז געװען א סך ליבעראלער פאר מענשן׳ ער האט ניט אי־
בערגעקליבן צװישן אידן און קריסטן• די ידיעות׳ װאם מיר טדעפן אמאל׳ אז
אידן האט די מגפה ניט אנגערירט׳ דאס איז א בבא־מעשה׳ און די דאזיגע בבא־
מעשה איז מיט א פױן צוגעטראכט געװען צו פארענטפערן אן אנדער בבא־
מעשה: אז אידן האבן פאר׳םמ׳ט ברונעמער• קאנראד פון מעגענבערג זאגט
עדות׳ אין װין זײנען אויםגעשטארבן אזוי פיל אידן׳ אז די װינער קהלה האט גע־
מוזט אפנעמען נײ פלאץ פארן בית־עולם (ב• 1 ׳ 241 )• מ׳זעהט נישט ארויס׳
פארװאם זאל עס אנדערשװאו געװען צוגײן בעסער• צו דעם חורבן פון די
קהלות׳ װאם די מגפה האט מיטגעבראכט׳ קומט צו נאך אחורבן: מ׳האט
אויף אידן געװארפן א חשד׳ אז זײ פארסמ׳ן ברונעמער און מ׳האט זיך אן זײ נוקם
געװען *)• דער פאנאטישער המון האט אויסגע׳הרג׳עט א םך אידן׳ א סך זיינען
זיך צעלאפן׳ אנדערע האבן זיך געלאזט שמד׳ן• אידישע קהלות׳ פארװיסט פון
דער מגפה׳ פאגראמען׳ פון אנטלויפן און שמד האבן אויסגעזעהן װי א בית־עולם•
מ׳זעהט ניט׳ מ׳זאל עפים אויפטון אין לערנען׳ דאס פערצענטע יארהונדערט
איז אין פרט ליטעראטור דאס ארימסטע אין דער געשיכטע פון דײטשע
אידן׳ דער פארבוגד צװישן די קהלות איז צעשטערט׳ די תקנות פון קהלות
זײנען אונטערגעריסן• אומארדענונג און אומװיםן׳ מחלוקת צװישן בעלי־בתים׳
קנאה׳ קאנקורענץ און חרמות צװישן רבנים׳ מאראלישע פארדארבנקײט
מחמת עלנד און נויט - דאם איז דער מצב פון קהלות אין דײטשלאנד
די צװײטע העלפט דעם פערצענטן יארהוגדערט•
17
2