Page
געהאלטן אזוי שטארק װי בײ מנהגים דער רמב״ם ד,?:ט זיך שױן גע־
קלאגט אויף דער ״מבהגים״קרײנק״׳ און רבגו תם האט דערויף געהאט
געזאגט: ״אויב ביי שוטים איז דאם א מנהג׳ איז דאם ביי חכמים קיין מנהג
ניט״ 25 ). פון רבנו תם דערציילט מען אויך אזא וויץ: לייען דאס װארט
״מנהג״ פארקערט׳ האסטו: ״גהנם״ 26 )• אט דעם דאזיגן גיהנום האבן איצט
דערפילט א סך רבנים׳ װאס מ׳האט זײ פארװארפן מיט שאלות װעגן די
אדער יענע כלומרשט מנהגים•
צו יענער צײט האבן רבנים געפירט צװישן זיך א שטארקע
קארעספאנדענץ װעגן תורה־זאכן׳ דערפון זײנען אונז געבליבן אײניגע
וויכטיגע זאמלונגען שאלות ותשובות׳ דאס איז די װיכטיגםטע ירושה
פון דעם 15 ־טן יארהוגדערט• די איבערקערענישן און פארװיקלטע אומ־
שטאנדן פון יענער צײט האבן געבראכט צו אזוינע שאלות׳ װאס ניט
יעדער רב האט געקאנט אדער געװאלט שטעלן אויף זיך פסקענען* אײנעם
א תלמיד פון מהר׳י איםרלין׳ אין נײשטאט בײ װין (װעגן דעם װעלן מיד נאך
שפעטער ריידן)׳ װען ער איז געקומען אין רהיין־געגנט׳ פלעגן ״רבני״הדור״
אפט אנפרעגן׳ װי אזוי פלעגט זײן רבי פםק׳ענען אין אזא פאל• ער בא־
מערקט דערבײ: ״אויב רבנים האבן געקװוײנקלט אין אזוינע פשוטע זאכן׳
װאס זשע איז שוין צו ריידן פון א פשוטן מענשן״ מ )• בײ אזא לאגע האבן
רבנים געמוזט אפט אנפרעגן און ענטפערן אײנם דאס אנדערע׳ זײ האבן אויך
געמוזט זיך אפט צונויפקומען און האבן אישוב װעגן תורה און קהלה• דער־
פון נעמען זיך די אפטע רבנים־ועד׳ן צו יענער צײט 28 )•
װאס מער שאלות־ותשובות׳ אלץ װײניגער און שװאכער איז געװען
יענע צײט זעלבשטענדיגע רבנישע חבורים׳ פוםקים אויף אײגן באראט•
צװישן די געצײלטע רבנים׳ װאם האבן נאך אנהויב 14 ־טן יארהונדערט גע־
שטעלט אויף זיך אזוי װי די קדמוגים׳ איז אונז באװאוםט ר׳ מנחם מירזבורג
(פון מערזעבורג)• דאס איז געװען א גדול׳ זײנע פסקים און תקונים האבן
געגאלטן אין גאנץ זאקסן• ם׳איז אםברא׳ אז גיט אין זאקסן אלײן׳ נאד
אין די גרעסעדע קהלות אין צפון־מערב דײטשלאנד אויך׳ װי למשל׳ מאגדע־
בורג׳ ערפורט׳ שטענדאל׳ האלע׳ האלבערשטאט און אנדערע• ער האט געמאכט
א גרויסן חבור פםקים׳ צו אונז איז דערגאנגען נאר א קלײנער טײל סון
דעם װערק מ )• פון די חבורים פון יעגער צײט איז זעהר װיכטיג א םפר
״אגודה״׳ װאס ר׳ זוסלן (זיסלין) אלכסנדר הכהן פון פראנקפורט אם־מײן האט
געמאכט׳ דאם ערשטע דריטל פונם 14 ־טן יארהונדערט׳ דאס הײסט פאר
דער ׳•גזרה״ (פאר דער טשומא־מגפה אין יאר 1349 )• די שפעטערדיגע רבנים■
װען זײ װילן באװײזן דעם גרויסן װערט פון יענעם םפר׳ טײטן אויף
דער צײט׳ װען ער אמ געשריבן געװארן (פאר דער ״גזרה״)׳ א באוױיז װי
גרינג אין די אויגן זײ זײנען אלײן געװען בײ זיך׳ דער דור, װאם נאך
דער ״גזדה״ 30 )• דעד םפד ״אגודה״ איז א ״גמר פסק ההלכות״׳ פםקים
• 2
19