Page
צונויפגעשטעלט לױט די הלכות פון תלמוד׳ דאס איז דער לעצטער פון די
ספרים׳ װאם האבן באנומען גאנץ תלמוד 31 )־ דער מחבר געהערט דעריבעד
צו די ראשונים׳ צו די ערשטע פוסקים• פון יענער צײט אן פלעגן דבנים נוצן
קירצונגען און פםקי־הלכות׳ גענומען בײ די ראשונים 32 )< די הלכה׳שע קאמ־
פענדיעם (קירצונגען) פון דעם מין׳ װאם זײנען אממײםטן אנגענומען׳ שטאמען
דאם 14 ־טע יארהונדעדט פון ר׳ שמואל שלעטשטאטער 33 ן׳ ר׳ יצחק פון
דױרען 34 )׳ דאם 15 ־טע יאר הונדערט איז אוגז באקאנט אזא חבור פון ר׳ יעקוב
בר׳ יהודא לאנדא אין פאװיא 35 )• פון יענער צײט איז נאך באקאנט ר׳ מנחם
צױני מיט זיין א טיפערן קבלה־פירוש אויף תורה• דער איינציגער יענע
צײט׳ א מאן פון גרויסעד בילדונג און װיכטיגע חבורים איז געװען דער פראגעד רב
ר׳ ליפמאן פון מילהויזען• ער איז דער מחבר פון ספר -נצחוך׳ אן
אפאלאגעטישע שריפט אופוח מיט דעם קדיסטנטום• רעכנט מען צו צו די
דערמאנטע װעדק׳ װאס צו אייניגע פון זיי װעלן מיד נאך צוריקקומען׳ נאך
עטליכע קלענערע שריפטן׳ דערקלערונגען און הערות צו עלטערע װערק
פון פדושים און חדושים אויף הלכות׳ זיינען מיר פארטיג מיט דעם גארן
ליטערארישן אינװענטאר פון יענער צײט• דאס באװײזט אונז׳ װי די לי־
טערארישע ארבעט בײ דײטשע אידן דאס 14 ־טע און 15 ־טע יארהונדערט
איז שטארק געפאלן אקעגן פריהערדיגע דורות׳ דאס זעלבע זעהן מיר בײ
קריםטן אויך• נאר אויב אידן האבן זיך געקאנט פארענטפערן מיט די ביטערע
גזרות׳ װאם האבן חרוב געמאכט דאס אידישע לעבן׳ האבן שוין דײטשן אזא
תירוץ אויך ניט׳ סײדן מיר זאלן זיך זאגן׳ אז װיםנשאפט האט פונקט
אזא קנאפן קױם בײ יאגער און פלאגער׳ װי בײ געיאגטע און געפלאגטע•
װעגן דער לעבנםגעשיכטע פון די אנגעזעהענםטע פערזענליכקײטן
יענע צײט לאזט זיך זעהר װײניג זאגן• די איינציגע ידיעות װעגן זײ געפינען
מיר אין די שאלות־ותשובות׳ אבער די שאלות־ותשובות זײנען פארטון
מיט דינים און הלכות׳ צופעליג דערמאנען זײ עפיס װעגן דעם לעבן פון
פריװאט־מענשן׳ םיידן װעגן די דאזיגע מענשן האנדלט זיך אין די שאלות
גופא• א אינטערעסאנטע קװעל ׳י׳פאד דער געשיכטע פון קולטור״און־ אומקולטור
ביי ישיבה־בחורים אין דײטשלאנד דאם 15 ־טע יארהונדערט״ ^ 3 ) איז א נאטיץ־
בוך *לקט ױשר״׳ דער מחבר איז׳ װי שוין דערמאנט 7 ?>׳ ר׳ ױםף (ױסלין)
בר׳ משה א תלמיד מהרי״ איםרלינם פון ניישטאט ביי װין• אייניגע פרטים געפינען
מיר אין די מנהגים־ביכער׳ למשל׳ װי די גרויסע רבנים האבן זיך נוהג
געװען׳ װי זיי האבן מרביץ־תורה געװען׳ זײער קוק אויף אמונה׳ װי אויך
װעגן דעם׳ װאם מיט זײ האט פאסירט• װען מיר װילן איצט ריידן פון
זיי׳ דארפן מיר פאראוים־זאגן׳ אז קיינער פון זיי איז ניט געװען אזוי גרוים
פאר זיך׳ ער זאל זײן דער מנהיג־הדור• מיר װעלן דעריבער דא ברײנגען
נאר די װיכטיגסטע דאטן פון זײער לעבן (אגב׳ די ביאגראפיעם זײערע זיינען
מייםטבס נאך ניט באארבעט)׳ די אלגעמײגע שטריכן זאלן אבער פארװעבט
20