Page
חו^/^ח^ח^ ס 61 ר 11 סו 1 נ)וכ 5113151 ׳ 61 /\וחט 1 סחס - 31 > 313 00 1 3-0024 - 101 066-0-01 ^ .■.־ו^]- 1 ס 1
װערן אין איין קולטורבילד׳ װאם פון דעם זאלן מיר זעהן די רבנים יענע
צײט אין לעבן און אין לערע•
בראש פון יענעם דור׳ םיי לויט דער צײט באך׳ םיי לוים דעם באטייט
אלם מנהיג׳ זעהן מיד ר׳ יעקוב בר׳ משה הלוי׳ אדער װי מ׳רופט אים
פארקירצט נאך די ראשי־תבות: מהרי״ל ^ 3 )• ער האט א בײנאמען מעלין (מולין)
נאך זײן פאטער משה ־ קריםטן׳ זעהט אויס׳ האבן פארדרײט דעם נאמען
משה און געמאבט דערפון מעלין׳ און אזוי איז דער נאמען געבליבן בײ
אידן אױך׳ װי מיר זעהן דאם מיט אנדערע נעמען אויך• יאהאן בעשענשטײנם
א לערער האט געהײםן משה מעלין 39 )׳ דאס הײםט׳ מ׳האט אים גערופן בײ
בײדע נעמען׳ בײ דעם אמתן און פארדרײטן׳ מהרי״לם פאטער האט
מען אויך אזוי גערופן• מהרי״ל איז געבוירן אין מאינץ׳ דעד פאטער זיינער
איז דארט געװען רב 40 ) און זעהר גערימט געװען׳ װי ס׳זעהט אוים׳ האט
ער זעהר פריה פארלאזט דעם פאטערס הויז 41 )׳ נאר נאך דעם פאטערם טויט
איז ער געװארן רב אין מאינץ 42 )׳ זײן געבוירן־יאר װײםן מיר ניט׳ דאם
מוז זיין בערך אין פינפטן צענדלינג פון דעם 14 ־טן יארהונדערט׳
געשטארבן איז ער אין װארמם׳ שפעט זומער דאם יאר 1427 ׳ אהין האט ער
זיך איבערגעצויגן אויף דער עלטער און דארט איז ער אויך געװען רב 3 י׳)•
ער האט צװײ מאל חתונה געהאט׳ אײנמאל פון װעראנא׳ דארט האט ער
פארבראכט א שטיק צײט בײ זײן שװער ר׳ משה נײמארק כהן אין הויז ^ 4 )•
ס׳זעהט אויס׳ אז מיט דעם ערשטן װייב האט ער זיך גע׳גט 45 )• זײן צװײטע
פרוי האט געהײםן גימכען 46 )י זי איז געװען א טאכטער פון אײנעם ר׳ אברהם 47 )׳
אן אלמנה׳ בעת זי האט חתונה געהאט פאר אים׳ געשטארבן איז זי אכט
חדשים פאר אים י* 4 )• מהרי״ל דערמאנט צװײ ברידער׳ אײנעם מיטן נאמען
יקותיאל׳ ער רופט אים לערער׳ א סימן אז ער איז געװען עלטער סאר
מהרי״לן׳ דאם זעהט מען אויך פון דעם נאמען׳ ער האט געהײסן נאך דעם
זײדן פון דעם פאטערס צד 49 ) (יקותיאל)׳ א ױנגערן ברודער האט ער געהאט
ר׳ שמעון ״ 5 ) און צװײ שװעסטער: אײגע שמחה׳ װי ם׳זעהט אוים די עלטערע׳
און די אנדערע באנלין (בונלין) 51 )• זײן תלמיד דערמאנט נאך א דריטן
ברודער גומפרעכט 52 )• מהרי״ל אלײן דערמאנט ניט װעגן זײנע קינדער׳ אבער
זײן תלמיד רעדט פון צװײ זין׳ װאם זײ האבן איבערגעלעבט דעם פאטער 53 )י
איינער ר׳ שמעון י 5 ) און דער אנדערער מעלין (נאך זײן זײדן)׳ און פון
אן אײדעם קאפמאן 55 )׳ דער קאפמאן איז געװען זײן טאכטער באנלינם
א מאן 5 ׳ 5 )• א טאכטער מהרי״לם איז געשטארבן ױם־כפור 57 )׳ בײ דער מוטערם
(מהרי״לם װײב) לויה איז געװען א זון און א טאכטער 58 )• דאם איז אלץ׳
װאם מיר װײםן פון מהרי״לס פאמיליע• מהרי״ל האט גארניט נישט געשריבן
פאר דער װעלט אפילו ניט קײן קצור פון דיני־שחיטה׳ װי דער מנהג איז
דאמאלם געװען בײ די גדולים• ער האט גאר געלאזט אפשרײבן זײנע
שאלות־ותשובות מיט דער דעה צו פארעפנטליכן זיי• דער טויט האט
21