Page
אים אבער געשטערט דאס אויםצופירן 59 )• דער תלמיד דעדצײלט מיט ביטעו—
קייט׳ אז די בריף זײנען ביי מהרי״לס זין צעזײט און צעשפרייט געװארן׳
געבליבן און געדרוקט איז נאר א קלײנער טײל מהרײלם שאלות־ותשובות 50 ס׳
און דאם אויך אהן א רעכטער רעדאקטארישער האנט 61 )• זיין א תלמיד׳ װאם
מיר האבן אים שוין א םך מאל דערמאנט׳ ר׳ אליעור בן יעקוב מיט א בײ־
נאמען זלמן 62 )י האט געזאמלט און דערצײלט אלץ׳ װאם ער האט געהערט
פון מהרײלם מױל׳ דעם מהרי״לם דרך אין לעבן און אין לערנען׳ זײנע
פסקים און ידיעות װעגן די מענער פון זײן דור• דורך דער דאזיגער זאמלונג,
װאס באהאנדלט דערהויפט מנהגימ און װאם הײםט דעריבער אויך מיט
דעם נאמען ״מנהגים״׳ איז מהרײל שפעטער נתפרםם געװארן• די זאמלונג
איז נאך בײם מחברם לעבן ארומגעגאנגען פון האנט צו האנט׳ זי איז
םיל מאל קאפירט געװארן נאך אײדער זי איז געװען פארעגדיגט 63 )׳ און
זי איז נאכדעם געװארן דער זיכערער מקור פון מנהגים פארן שולגעברויך
און קהלה־לעבן•
מיר װעלן נאך שפעטער ריידן פון מהרי״לם לערער׳ דערװײל װעלן מיד
זיך װענדן צו זײן א חשוב׳םטן תלמיד• דאס איז ר׳ יעקוב בר׳ יהודה 4 י׳) װײל׳
װאם זינט ער האט באקומען סמיכות׳ האט עד געהאט אישיבה פריהער אין
נױרענבערג 65 )׳ נאכדעם אין אויגסבורג 66 )׳ צולעצט איז ער געװען ערפורטער
רב 67 )• זײן בײנאמען נעמט זיך פון זײן געבוירן־ארט ״װײל״ אדער ״װײלער־
שטאט״ אויף דעם נעקאר 68 )• ער רופט מהרײלן בפירוש מײן לערער און
מאכט אים דעם גרעםטן לכבוד: ״גאון״׳ .אור ישראל״ וכדומהי״)׳ ער האט
אבעד געלערנט בײ מהרי״לם רבין אויך ״ 7 )׳ ד• ה• אין דער ישיבה בײ ר׳ זלמן
רוגקל אין מאיגץ 71 )• פון זײן פאמיליענלעבן װײםן מיר נאר׳ אז ער האט געלאזט
א זון ױזל מ )• ער האט געלאזט שאלות־ותשובות׳ װאס׳ װי ם׳זעהט אוים׳ האט
ער זײ אלײן אײנגעזאמלט י 75 )׳ שוין אץ זײן דור האט מען זײ געזוכט און
הויכגעהאלטן, מ׳האט זײ דעריבער פילמאל קאפירט 71 ). די דאזיגע זאמלונג שו״ת
דערקלערט אונז, פארװאם די גרעםטע רבנים האבן אים אזוי הויכגעשאצט װעגן זײן
גרויםקײט אין לערנען און פאר זײן כאדאקטער׳ פארװאס זײ האבן אים געהאלמן
פאר דעם מנהיג הדור 75 )•
מהר״י װײלם א ױנגערער בן־דור׳ װאם האט אים איבערגעלעבט ײ 7 ) - דאם
איז ר׳ ישראל בר׳ חײם ברונא׳ דאס הײםט פון ברױן ײ)• דא אין ברױן איז ער
געװען רב * 7 )׳ בערך דאם יאר 1456 האט ער איבערגעצויגן קײן רעגענסבורג 9 י)
און געמאכט דארט א ישיבה• אײנעד ר׳ אנשיל׳ װאם האט דארט נאך פריהער
געהאט זײן ישיבה׳ איז אויף אים דעריבער אנגעפאלן׳ ער האט דא געזעהן
אאומגערעכטע קאנקורענץ׳ מהר״י ברונאס פרײנט׳ מהר״י װײלי*) און מהר״י
איסרלין אין נײשטאט בײ װין 81 )׳ האבן זיך אנגענומען פאד אים מיט אזא האר־
ציגקײט און דרך ארץ׳ אז דאס אלײן איז שוין דער בעסטער עדות פאר זײן
גרויםקײט אין תורה און פאר זײן כאראקטער 82 )• זײן נאמען איז דעריבער זעהר
22