Page
ח! 13 /\ 1/1 ־ 1111 > 1 ח 6 ־ו 8 > 61 ו! 1 ס 11 נ 1 !כ 5113131 ׳ 61 /\ 1 חט 1 סחו 1 - 813011 0014-0026 - 31066-0-01 >^ :.־ו 1 \ 1-1 ס 1 ! 8
ז
גערימט געװען׳ אויף אים האט מען געזאגט: ״גדול הדור״^)• םון זײן לעבן
און פאמיליע װייםן מיר נאר דאם׳ אז זײגער א זון מנשה 84 ) װערט דערמאנט
םאר אן אנגעזעהענעם רב• זײן רבי׳ װאס ״ער האט אים אויפגעצויגן אין זײן
שוים״ איז אײגנטליך געװען דער קדוש (אומגעקומען אויף קדוש־השם) ר׳ דוד
אין שװײדניץ 85 )׳ ער האט זיך אבער אויפגעהאלטן בײ מהר״י איםרלין אין נײ־
שטאט אויך און האט בײ אים א סך געלערנט• אין די שו״ת׳ װאס מהר״י ברונא
האט געלאזט און װאס ניבר ניט ער האט זײ רעדאקטירט׳ און דעריבער זײנען
זײ אזוי פארװארלאזט געדרוקט אין פארשײדענע אויסגאבן׳ זעהן מיר׳ אז ער
האלט מהר״י איסרלין פאר זיין רבין און גיט אים אס גרוים בבוד 86 )• פון זיין
לעבן דארף מען נאך דערמאנען׳ אז איבער א מםירה איז ער געזעסן 13 טאג
אין תפיסה• דאם דערצײלט ער אלײן• לויט ידיעות פון אן אנדער קװעל איז
צו גלױבן׳ אז ער איז געװען ארעסטירט נאך א צװײט מאל 87 )•
צו יענער צייט און צו יענעם דור חכמים געהערט אויך ר׳ משה בר׳ יצחק
הלוי 88 ) פון דער פאמיליע רבניםאון סופרים מינץ׳ איונגערער קאלעגע פץ מהר״י
ברונא 89 )• ער שטאמט פון דער שטאט מאינץ <״)• בעת מ׳האט בארויבט די שטאט
דאם יאר 1455 האט ער פארלארן זײן פארמעגן׳ דעם גרעםטן טײל םפרים און
אטײל תשובות׳ װאס ער האט באקומען אויף זײנעשאלותפוןדיגרעסטערבניםאין
זײן צייט און װאס ער האט פון זיי געמאכט א באזונדער זאמלונג• א סך זײנע אײגענע
תשובות זײנען אויך דאמאלם פארלארן געגאנגען׳ די איבערגעבליבענע און די
נאכאמאל־אויפגעשריבענע תשובות האט ער אלײן זעהר פלײסיג רעדאקטירט און
באזארגט מיט א אינהאלט־פארצײכעניש׳ ער האט דאם בדעה געהאט צו פארעפנ־
טליכן 91 )׳ ער האט אםך געװאנדערט׳ זאל דאם זײן איבער נויט׳ אדער מיטן
גוטן װילן׳ װי דער אײנפיר איז דאמאלם געװען בײ ישיבה־בחורים און תלמידי־
חכמים צו װאנדערן• אין די ױנגעדע יארן האט ער זיך אויפגעהאלטן אין דער
שטאט לוקא (אויב מיר לײנען ריכטיג דאם װארטי) 92 )׳ שפעטער איז ער געװען
רב אין פארשיידענע שטעט: אין מאינץ 93 )׳ אין פראנקפורט אם מײן 91 )׳ אין אולם
(דארט איז ער געװען דאם יאר 1464 ) *יס׳ אין לאנדוי *)׳ אין װירצבורג ל 9 )׳ פריה־
יאר 1469 האט ער איבערגענומען דאם רבנות אין באבענבערג׳ ד• ה• אין באמ־
בערג׳ װאם ער איז שוין דארט געװען אין דער ױגנט 98 )• די קהלה האט ער
דארט געטראפן פארװארלאזט און ער האט זיך שטארק אפגעגעבן מיט אויפריכטן
זי און מאכן תקנות פאר צדקה־זאכן **)׳ פון באמבערג איז ער אנגעקומען פאר
רב קײן פויזן׳ דאמאלס אין פוילן (דאם יאר 1474 ) 100 )• דאם איז גאר דאס װיכ־
טיגםטע פון זײן לעבן 101 ).
מער באקאנט און גערימט פון די אלע פריהער־דערמאנטע׳ מיט זײן
לומדות און מיט זײנע חבורים׳ דער גרעםטער פון זײן דור - דאם איז
ר׳ישראלבר׳פתחיה• ער האט אנגעקערט אן אײניקל אײנעם ר׳ חײם׳
װאס מ׳האט אים גערופן הענשל פון הײנבורג׳ אן אוראײניקל ר׳ ישראלם פון
קרעמס׳ דעם מחבר פון ״הגהות האשרי״׳ נאך זײנע װאוינערטער האט מען אים
־ ■ 1
׳}
.־•