Page
גערופן א דאל ר׳ ישראל מרפורג (דאס איז מארבורג אין שטײערמארק)׳ א מאל
ר׳ ישראל ניישטאט (ביי װין)׳ בײ זײן בידגעדגאמען האט ער געהײםן איסרלין
אדער איסרלײן׳ און אזוי הײסט ער געװײנטליך בײ אידן אויך (איםדלין)׳ בײ דעם
גאמען האבן מיר אים דא שוין א סך מאל דערמאנט און װײטער אויך ברײנגען 102 )•
ער איז געבוירן מסתמא אין לעצטן צענדליג דאס 14 ־טע יארהונדערט 103 )׳ גע־
שטארבן איז ער אין ניישטאט דאם יאר 104 1460 )י לויט דער צײט גאך איז זײן
פלאץ פאר מהר״י ברונא און מהר״ם מינץ און זעהר מיגליך׳ אז נאך מהר״י
װײל• דער גאון מהרש״ל (ר׳ שלמה לוריה)׳ רב אין פוילן דאס 16 ־טע יארהונ־
דערט ׳ זאגט װעגן אים: ״פון זײנע רײד זאלסטו ניט אפטרעטן׳ װארום ער איז
געװען א גדול און א מופלג אין זײן צײט׳ ער האט געהאט געזעהן פאר זיך
מעשה (רעליגיעזע פראקמיק) און איבערגענומען הלכה און האט גרינדליך געקענט
פארשײדענע מנהגים פון די לומדים אין דײטשלאנד און אין עסטרײך׳ װאם זײ
זײנען געװען פרום און געהיט אין מצװת (אנשי מעשה) 105 )• אזא פבוד האט
מען שוין אים געטאן בײם לעבן• מהר״ם מיגץ רופט אים ״א פירשט פון
פירשטן״ 106 )׳ אנדערע רבנים קארגן אויך גיט זײן טיטל• ער האט אלײן צונויפ־
געשטעלט זײנע שאלות־ותשובות (״תרומת הדשן״) 107 )׳ נאך זײן טויט איז צו
דער זאמלוגג נאך צוגעקומען קורצערע פסקים (״פסקים וכתבים״)• ער חתמעט
זיך אלע מאל מיט ענױות: ״הקטן והצעיר בישראל״ (דער קלײנער און דער
ױנגער אין ישראל)׳ צו דער תורה האט ער זיך געלאזט אויפרופן אהן שום
טיטלען 108 )• פארקערט׳ זײן זון פתחיה חתמעט זיך: ״דער זון םון דעם גדול
בישראל״ 109 )׳ א שפילװארט אויף זײן פאטערס נאמען ישראל• צוערשט האט
ער מרביץ־תורה געװען אין מארבורג 110 )׳ שפעטער האט ער איבערגעצויגן
און געהאט זײן ישיבה אין נײשטאט בײ װין׳ פלעגט אבער אפטער קומען קײן
מארבורג ״ 1 )• ם׳איז שװער באשטימט צו זאגן׳ װאו ער איז געבוירן• זײן מוטער
איז אומגעקומען אויף קדוש־השם אין דער גזרה אויף אידן אין װין דאס יאר
1421 ׳ ער פלעגט דעריבער פאסטן ט׳ ניסן׳ דאם איז דער טאג׳ װען די גזרה
האט זיך אנגעהויבן 112 )• אין אײן ארט זאגט ער׳ אז זײנע עלטערן ליגן אין
רעגעגםבורג׳ ער דערצײלט׳ אז עד האט געגעבן א נדר צו פאדן םון װין אדער פון
קרעמס אויף קבר אבות׳ נאר װײל ער איז קראנק געװארן׳ האבן אים זײן
פעטער ר׳ אהרון און ר׳ משה חנופה מתיר נדר געװען 113 )• הױת װי די צװײ
לומדים זײנען אויך אומגעקומען אין דער דערמאנטער װינער גזרה׳ האט דאס
מתיר נדד זײן געמוזט פארקומען פאר דעם יאל 1421 ׳ קומט אוים׳ אז איסרלינם
פאטער איז אויך געשטארבן פאר דער דאזיגער דאטע און איז צו קבורה גע־
קומען אין רעגענםבורג• מ׳קאן דעריבער אננעמען׳ אז איסרלין איז גע־
בוירן אין רעגענםבורג׳ דארט זײנען זײנע עלטערן געזעםן׳ נאך דעם מאנס טויט
האט די מוטער איבערגעצויגן מיט דעם אינגל קײן װין צו דעם פעטער׳ דעם
גער משן למדן׳ װאס מהר״י איסרלין האלט אים אויך פאר זײן רבין 114 )• אין
זײנע לערן־ און װאנדער־יארן איז ער געװען אין איטאליע אויך 115 )׳ דערפוי
24