Page
ח! 13 /\ 1/1 ־ 1111 > 1 ח 3 ־ו 8 >| 0 ו! 1 ס 11 נ 1 !כ 3113131 ׳ 61 /\ 1 חט 1 סחו 1 - 313011 0015 - 0028 - 31066 - 0-01 >^ :.־ו 1 \ 1-1 ס 1 ! 8
געמט זיך װאם ער האט פארשטאנען איטאליעניש ״ 1 )• פון זײן פאמיליענלעבן
איז נאך צו דערמאנען: זײן פרוי האט געהײסן שײנדיל 117 )׳ ער האט געהאט
פיר זין׳ אײנער איז שוין פריהער דערמאנט געװארן׳ דאס איז פתחיה׳ אדער װי
מ׳פלעגט אים נאך רופן: קעכערל 118 )׳ קעחל 119 )׳ געכל ״ 12 ) - מסתמא פארצויגן
(דעמינוטױו)׳ - װאם האט חתונה געהאט נאך אין מארבורג 121 )•
די איבעריגע דרײ זײגען געװען: אײנער אברהם׳ דער אנדערער שלום׳
װאם בעת ער איז קראנק געװען אויף א קרײנק׳ װאס ער איז פון איר געשטארבן׳
האט מען אים משנה שם געװען און א נאמען געגעבן מנחם 122 )׳ דער דריטער
אהרון 123 )י די בײדע ױנגסטע זין האט איםרלין מםתמא א נאמען געגעבן נאך
זײן פעטער און רבי ר׳ אהרון און נאך זײן פעטערם רבין ר׳ שלום• פון די
ביידע װעלן מיר נאך שפעטער רײדן•
די אלע דערמאנטע רבנים׳ װאס מיר האבן זיך דא אויף זײ לענגער אפ־
געשטעלט אײנמאל איבער דעם׳ װאם זיי אלײן האבן דאם פארדינט׳ צװייטנס׳
װײל נאר כמעט פון זײערע חבורים קאן מען עפיס ארויםציהען פאר דער
געשיכטע פון יענער צײט׳ די אלע רבנים זײנען דירעקט אדער אומדירעקט
תלמידים םון ר׳ מ א י ר ה ל ו י א י ן װ י ן• מ׳דארף דאס פארשטײן אין דעם
זין׳ װי מ׳זאגט׳ אז צו יעדער צייט זײנען געװען גרויסע פערזענליכקײטן׳ װאם
זײ האבן געװיזן א װעג׳ און מ׳מײנט דערמיט ניט גראד אײן פאלק׳ ניט אײן
אײנציגע אמונה׳ ניט אײן באשטימטן צװײג װיסנשאפט׳ נאר אלץ און אלעמען•
די צײט׳ װאם פאר אונזער איצטיגער תקופה׳ אזוי װייט פריהער׳ װען מיר
װײסן בכלל פון א גײםטיג לעבן ביי דייטשע און פראנצויזישע אידן׳ יענע צײט
זיינען די ישיבות אין רהײן־געגנט געװען דער מקור פון תורה און אידישקײט
(זעה אוגזער װערק ב-ז׳ ז• 114 )• אין 14 ־טן יארהונדערט האט זיך די לאגע
געביטן נאר אין דעם פרט׳ װאס דער צענטר האט זיך איבערגעטראגן קײן
עםטרײך• אמת׳ נאך דעם זײנען אין רהײן־געגנט אויך געװען גרויסע לומדים׳
פונקט װי אקעגן זײנען שוין פריהערדיגע צײטן געװען גערימטע לומדים אין
עםטרײך• אבער די הנהגה גײט דאן איבער צו די ״חכמי אושטרײך*(עסטרײך)׳
און פונקט װי פריהער פלעגן עסטרײכער בחורים ציהען אין די ישיבות בײ
דעם רהײן און אין פראנקרײך׳ אזוי האבן איצט בחורים פון דעם רהײן־געגנט
און פון פראנקרײך גענומען ציהען אין די ישיבות קײן װין׳ קרעמם און נײ־
שטאט׳ דא איז געװען דער מקום־תורה• די השפעה פון די דאזיגע ישיבות
האט דערלאנגט װײטער װי אויף דײטשלאנד• די געאגראפישע לאגע פון די
דערמאנטע שטעט האט דערנעהענט צו זײערע ישיבות די דרום־געגנטן אויך׳
און זײערע השפעה האט זיך פארשפרײט איבער שטײערמארק׳ קערנטן׳ קראין
ביז צו װענעציע און אויבער־איטאליע• איבער די װעגן אין יענע לענדער
האם מען געקאנטזעהןהין און צוריקאידן סוחריםאון װאנדערער ישיבה־בחורים׳
און דער אײנפלוס פון די ישיבות אין דײטשלאנד האט דערלאנגט א סך װײטער
אין דרום־זײט׳ אײדער הײנט דער דײטשער שולפאראײן•
25
$ ,
!