Page
ס׳איז שװער אנצעװוײזן אויף זיכער די סבות׳ פארװאס דער צענטר פון
לומדות האט זיך איבערגעצויגן פון דער רהײן־געגנט קײן עסטרײך• די גזרה
דאס יאר 1349 ׳ די שרעקליכע שחיטות אויף אידן די צײט פון דעם ״שװארצן
טויט׳ האבן דא יעדנםאל מיטגעװירקט׳ װי װייט זײ האבן װיכט געמאכט די
ישיבות אין רהײן־געגנט׳ װארום גראד אין יענער געגנט האט די װילדקײט
קעגן אידן צומשטארקםטן געשטורעמט• ס׳איז מעגליך׳ אז אין װין און אין דער
סביבה איז די לאגע געװען בעםער פאר אידן און מחמת דעם זײנען זיך אהער
אנגעלאפן א סך אידן פון דער רהײן־געגנט י־״)• און דא װערט פלוצים מפורםם פאר
דעט אנגעזעהענםטן צװישן דײטשע רבנים ר׳ מאיר בר׳ ברוך הלוי אין װין׳ אן
אנגעקומענער פון רהײךגעגנט׳ פון פולדא (זעה אונזער בוך ב • 1 ׳ ז• 241
א . װ .) 125 )• קײן װין איז ער געקומען פאר דעם יאר 261365 <)• די דארטיגע רבנים
און פון דעד םביבה האבן זיך אים באלד אונטעדגעװארפן 127 )• פון זײן ישיבה
זײנען ארוים די אנגעזעהענםטע רבגים און דאשי־ישיבות נאך אים אין װין:
שלום, יעקל 128 ) און אהרון• מהרי״ל ױענדט זיך צו זײ פון מאינץ מיט א שאלה
און רופט זײ ״אונזערע רבײם אין עסטרײך״• בײ דער דאזיגער געלעגנהײס
קארגט ער זיי ניט קײן שבחים: ״די גרויסע ליכטער׳ װאס הערשן בײטאג
און בײנאכט״׳ ״די דײנים פון גאר דער גולה״׳ פון זײער חכמה־ברונעם .טריג־
קען די הערטן״ 29 ')• מהרי״ל גופא האט געשעפט פון דעם דאזיגן ברונעם׳ װארום
דער רערמאנטער ר׳ שלום איז געװען זיין פארנעמםטער לערער ״ 3 ')׳ ער איז
אבער אויך געװען אין דער ישיבה בײ ר׳ אברהם׳ן פון אן אנגעזעהענער לומדים״
פאמיליע קלויזנער 131 )׳ א שטיקל צײט האט ער נאך געהערט דעם שיעור ביי
ר׳ מאירן אלײן׳ דעם גרינדער פון דעם װיגער לערנען• װײניגםטנס איז ער
נאך שפעטער געװען פאדבונדן מיט ר׳ מאירן 132 ) און דערמאנט אים גאנץ אפט 133 )•
צו ר׳ שלום׳ם תלמידים געהערט אויך אהרון 34 ס׳(נאכדעם איז ער געװען זײן א חבר)׳
מיט דעם צונאמען פלומיל אדער בלומלין׳ מהר״י איסרלינס פעטער און רבי׳
עד דערמאנט ר׳ שלום׳ן מיט גרויס דרך ארץ עג)• ר׳ אהרון איז אומגעקומען בעת
דער גזרה אין װין אין די גרעםטע פײניגונגען• מהר״י איסרליגס תלמיד׳ דער
מחבד פון ״לקט ױשר״ דערצײלט פון אים׳ אז נאכדעם װי מ׳האט אים אויפגע״
הערט צו פײגיגן׳ האט ער געבעטן א טרינק װאסער׳ מ׳האט דאס געהאלטן פאר
זעהר געפערליך, ער האט אבער אזױ שטארק געבעטן׳ אז מ׳האט אים געמוזט
צוליב טון און באלד נאכדעם איז ער אויםגעגאנגען 38 ג)• פון ר׳ יעקלן 137 ) װײםן י
מיר נאך װײניגער׳ אײדער פון ר׳ אהרונען• װעגן ר׳ פײבושן פון װין װײסט
מען אויך גאר אזוי פיל׳ אז ר׳ שלום האט געהערט בײ אים דעם שעור 138 ).
ר׳ שלום׳ן קאן מען האלטן פאר דעם אײגנטליכן ױרש פון װינער לערגען׳ װאם
ר׳ מאיר האט דא דעם װעג אנגעצײכנט׳ װארום די גרעםטע רבנים פון יענער
צײט׳ װי מהרי״ל׳ ר׳ אהרון בלומלין און ר׳ אנשיל מארבורגער 139 )׳ האבן בײ אים
געלערנט׳ זײ וױדער האבן אויפגעשטעלט אנדערע רבנים׳ אדער האבן משפיע
געװען אויף אנדערע מיט זײערע פתבים• ר׳ שלום האט געהאט זײן ישיבה אין
26