Page
ח 131 /\ 1/1 ־ 1111 > 1 ח 3 ־ו = 1 > 61 ו 11 ס 11 נ 11 נ 3113131 ׳ 61 /\ 1 חט 1 >חו 1 - 11 ) 813 0016-0030 - 31066-0-01 >^ :.־ועו
נײשטאט׳ פאר אים איז זײן פאטער רי׳יצחק דארט געװען ראש־ישיבה ״<)׳ דעוײבער
האט ער ניט געװאלט ארויםציהען פון דארט׳ כאטש ער האט עטליכע מאל גע־
האט גרינדן דאס צו טון 141 )׳ זײן פארבלײבן אין נײשטאט פלעגט ער פאר־
ענטפערן מיט א מאמר חז״ל: ״א מענש זאל שטענדיג װאוינען דארט׳ װאו זײגע
עלטערן״ 142 )• אפשר האט ער געװאלט דערמיט טרעפן די ישיבה־בחורים׳ װאס
האבן שטארק געהאלטן פון ארומװאנדערן׳ אזוי װי די קריםטליכע שילער צו יענער
צײט• אין די מקורים רופט מען ר׳ שלוםץ אפט ״דער פירשט״ (שר)׳ אדער דער
״פירשט פון נײשטאט״׳ א שפיל אויף די װערטער ״שר שלום״ (פירשט פון שלום)
אין ישעיה ( 9 ׳ 5 )׳ דאס באװײזט׳ װי מ׳האט אים הויכגעשאצט 143 )• נאך אים זײ־
נען געבליבן צװײ זין׳ אײנער ר׳ ױנה האט געלעבט אין װין׳ שפעטער איז
ער געװען רב אין רעגענסבורג צו גלײך מיט מהר״י ברונא׳ דער אנדערער ױדעל
איז געװען רב אין נײשטאט 144 )• דער אײגנטליכער ױרש ר׳ שלום׳ס׳ װאם
האט װײטער געפירט די נײשטאטער ישיבה און זי ערשט רעכט גערימט
געמאכט - דאס איז געװען זיין קרוב 115 ) מהר״י איסרלין׳ פון אים האבן
מיר שוין פריהעד גערעדט׳ צוגלייך מיט דער ניישטאטער ישיבה האט אויך
געשמ׳ט די קרעמזער ישיבה• אמאלאיז דארט מהר״י איםרלינס עלטער־זײדע גע־
װען ראש־ישיבה׳ איצט האט אויך ניט געפעלט קײן לומדים• נאך ר׳ יעקלס
טויט אין װין האט די קהלה געבעטן דעם קרעמזער רב איבערצונעמען דאס
רבנות און די ישיבה 146 )• איסרלין גופא האט דא אויך פארבראכט און געלערנט
אשטיק צײט 147 )• װין׳ ניישטאט און קרעמז׳ אלס מקום־תורה׳ פארנעמען צו יע־
נער צײט דאםזעלבע ארט׳ װאם אמאל שפײער׳ װארמם און מאינץ(קהלות שו״ם) 148 )•
די גרינדער פון די עסטרײכישע ישיבות האבן קײן װיכטיגע חבורים ניט איבער־
געלאזט׳ חוץ אייניגע חדושים אויף תלמוד און רעליגיעזע מנהגים׳ און די זיינען
אויך צו אונז ניט דערגאנגען גאנצערהייט• זייער באדײטונג ליגט אין זײער
מרביץ־תורה זײן׳ דערמיט האבן זײ זיך קונה שם געװען און א װעג געװיזן ניט
בלויז פאר זײער צײט׳ נאר׳ דורך זײערע תלמידים׳ פאר א גרויםער צײט נאך
דעם אויך׳ ביז פוילן איז געװארן אן ארט פון לומדות• ביז דער צײט׳ ביז פוילן
איז אויפגעקומען׳ זײנען עסטרייכישע ישיבות געװען דער מיטלפונקט פון לומדות׳
דאם קאן מען אויך ארויסזעהן דערפון׳ װאם פון אלע געגנטן האט מען
זיך געװענדט אהער מיט שאלות׳ און די תשובות און די פסקים׳ װאס
מ׳האט דא ארויסגעגעבן׳ זײנען גילטיג געװען פאר אלעמען• מהר״יל האט
געבעטן ר׳ שלום׳ס זין אים צושיקן אזאך פון זייער פאטער׳ װאס ער האט דאם
באדארפט צו רעליגיעזע צװעקן (אחלוצה־שיך פאר א מוםטער) 149 ) און האט
אײגגעפירט אין מאינץ אעסטרייכישן מנהג 150 )• געװײנטליך הײםט דאם ניט׳ אז
ערגיץ־אנדערש־װאו זײנען ניט געװען קײן לומדים און גאונים• מיר װײסן׳ למשל׳
אז ר׳ יצחק פון נארדהויזן איז געװען ר׳ שלום׳ם א רבי 151 )׳ אז ר׳ ױנה׳ ר׳ שלום׳ם
זון׳ און מהר״י איסרלין האבן געלערנט בײ ר׳ נתנען אין אײגער 152 )י מהר״י
ברונא האט געלערנט בײ ר׳ דודן דעם שװײדניצער קדוש׳ װי מיר האבן שוין
27